sso
| Hello Guest - login | My Account | My bookshelf | My folders
Kotar website
Page:14

געשטאנען אומבּאוועגט און האָט זיך מיט קאָפּ צוגעהערט, מאכט א טריט צום טיש, קוקט אויפן משולח, נאָכדעם אויפן ערשטן בּטלן . מיט א ווייטן פארטראכטן קול ) וואו איז ער ? ( דער משולח שטעלט אָפּ זיין גליק אויף חנן׳ען און לאָזט די גאנצע צייט פון אים ניט אראָפּ די אויגן ) 1 טער בּטלן : ( פארוואונדערט ) ווער ? חנן : דער בּעל שם . 1 טער בּטלן : וואו זאָל ער זיין ! בּיי מיר אין שטעטל, אויבּ ער לעבּט נאָך . חנן : ווייט פונדאַנען ? 1 טער בּטלן : דאָס שטעטל ? ווייט ! אַ מהלך רב ! אין טיף פּאָלעסיע ! חנן : וויפיל גאַנג ? 1 טער בּטלן : גאַנג וויפיל ? אַ גוטן חודש, אויבּ ניט מער . . . ( פּויזע ) אַנטקעגן וואָס פרעגסטו דאָס ? ווילסט אפשר גיין צו אים ? ( חנן שווייגט ) דאָס שטעטל רופט זיך קראַסנע . דער בּעל שם הייסט ר׳ אלחנן . חנן : ( פארוואונדערט, פאר זיך ) אלחנן ? אל חנן ? . . . גאָט פון חנן ? . . . 1 טער בּטלן : ( צו די בּטלנים ) איך זאָג אַייך, דאָס איז אַ בּעל מופת ! ער האָט געפּרובט אין מיטן העלן טאָג מיט אַ שם . . . 2 טער בּטלן : ( שלאָגט אים איבּער ) זאָל זיין גענוג צו ריידן וועגן אַזעלכע זאַכן צו דער נאַכט ! בּפרט נאָך אין אַמקום קדוש . מ׳קען זיך חס ושלום אומגערן אַרויסכאַפּן מיט אַ שם, מיט אַ צרוף און עס וועט געשעהן אַן אומגליק . . . שוין געווען, רחמנא לצלן, אַזעלכע סבּות . חנן גייט לאנגזאם ארויס . אלע קוקן אים נאָך ( פויזע ) . דער משולח : ווער איז דער בּחור ? 1 טער בּטלן : אַ בּחור, אַ ישיבה בּחור . ( מאיר מאכט צו די טירלעך פון בימה און גייט צו צום טיש ) . 2 טער בּטלן : אַ טייערע כלי, אַן עלוי ! 3 טער בּטלן : אַן אייזערנער קאָפּ ! פינף הונדערט בּלאַט גמרא אויסווייניג אויפן פינגער ! דער משולח : פונוואַנען איז ער ? מאיר : ער איז ערגיץ פון דער ליטע ! צ וויש ן צ וויי ווע ל ט ן אַ ד ר א מ א ט ישׁ ע ל ע ג ע נד ע א ין פ יר א ק ט ן 14 א ב יב 9 1 0 2 ה ת ש ע ”ט | גיל יון 3 1 ( 5 8 2 )

המכון לקידום תיאטרון יהודי


For optimal sequential viewing of Kotar
CET, the Center for Educational Technology, Public Benefit Company All rights reserved to the Center for Educational Technology and participating publishers
Library Rules About the library Help