sso
| Hello Guest - login | My Account | My bookshelf | My folders
Kotar website
דריי גרויסע מצוות איינמאל אין א זומערטאג ברענגט א ייד א קבצן א היים אנאורח . זאגט אים זיין ווייב : – וואס האסטו געטון ? מיט וואס וועל איך אים מכבד זיין ? ענטפערט דער מאן : – מילא , וועלן מיר עסן איין לעפל ווייניגער ווייט זיין געניג אויך פאר אורח . וואס האסט געקאכט ? – א בארשט – און וואס נאך ? – אפאר קארטאפל – נוּ , איז דאך גוט , ממש מאכלי מלכים ! דערמאנט זיך די פרוי : – איך האב נאך א קליין שטיקל פיש , וואס כ ' האב אבגעשפארט פון שבת און איך האב עס געלייגט אויפן פענסטער ווייל דארט איז קולער . וועמען וועל איך גיבן דאס פיצל פיש ? זאגט דער מאן : – גיב עס דעם אורח . די פרוי האט טאקע אזוי געטאן . דער אורח האט אבגעגעסן , זיך שיין באדאנקט און איז א היים געגאנגען . נאך א פאר טעג דערציילט דער ייד זיין פרוי אז דער אורימאן , דער אורח איז קראנק אויפן מאגן , ער האט שלשול . די פרוי איז געגאנגען אים מבקר חולה זיין . עס גייט אריבער נאך א צייט און דער ייד קומט א היים און דערציילט זיין ווייב : – ווייסט דער ארעמאן , אונזער אורח , איז געשטורבן ! די פרוי איז פארשטייט זיך , געגאנגען אוף די לוויה . קומענדיק א ...  To the book
פרדס הוצאה לאור בע"מ

CET, the Center for Educational Technology, Public Benefit Company All rights reserved to the Center for Educational Technology and participating publishers
Library Rules About the library Help