sso
| Hello Guest - login | My Account | My bookshelf | My folders
Kotar website
דער רבי און די הנאה פון עולם הזה א פאטער זאגט צום זון : – זון קרוין , איך פאר צום רבין , קום אמאל מיט איצט יום טוב , וועסט זען די התנהגות ביים טיש מיט די חסידים . עס איז אזאך וואס ס ' טוט זיך עפיס , עס איז אינטערעסאנט . דער זון האט נישט געהאט קיין גרויסן חשק , נאר ( דאך ) ר 'איז מיטגעפארן . ער איז געקומען צום רבין און ר ' איז איינגעשטאנען אין דער אכסנייה . עס איז געווען ערב ראש השנה . מ ' גיט צום דאווענען . נאכן דאווענען מאכט דער רבי קידוש . צום קידוש ברענגט מען אריין די רביצין צום טיש זי זאל הערן קידוש . דער זון גיט א קוק , די רביצין א שענהייט פון א פרוי , א איבער ראשענדע שענהייט פון א פרוי . נאכן קידוש איז זי ארויסגעגאנגען מיט אירע דינסטן און דער רבי הויבט אן צו פירן דעם טיש . דערנאך ברענגט מען אריין די פיש . נעמט דער רבי א גארשטש פון זאלץ און ווארפט אין די פיש אריין . זאגט דער זון : – טאטע , טאטע , דער רבי מאכט דאך קאלוע די פיש ?! ( ער איז געווען געווענט צו עסן זיסע פיש ) . זאגט דער פאטער : – ניין , ניין זון . ער וויל נישט האבן הנאה אויף די וועלט . מ ' ברענגט אריין די יויך די זעלבע ...  To the book
פרדס הוצאה לאור בע"מ

CET, the Center for Educational Technology, Public Benefit Company All rights reserved to the Center for Educational Technology and participating publishers
Library Rules About the library Help